מילים לשיר אוי געוואלד א גנב

עממי

מילים: עממי
לחן: עממי

כאפט אים און בינדט אים און זעצט אים אריין
(תפסו אותו, קשרו אותו והושיבו אותו)
אפשר וועט ער זיך מודה זיין
(אולי הוא יודה)
אוי געוואלד, א גנב, ער האט דאך מיך באגנבעט
(אוי, הצילו, גנב, הוא גנב ממני)
ער האט דאך ביי מיר צוגענומען
(הוא הרי לקח)
אלעס פון מיין שטוב
(הכל מביתי)

אוי זיבן לייכטער ווי די שטערן
(אוי, שבעה פמוטים, ממש כוכבים)
דריי אן פיסלעך, פיר אן רערן
(שלושה בלי רגליים, ארבעה בלי קנים)

אוי געוואלד, א גנב, ער האט דאך מיך באגנבעט
(אוי, הצילו, גנב, הוא גנב ממני)
ער האט דאך ביי מיר צוגענומען
(הוא הרי לקח)
אלעס פון מיין שטוב
(הכל מביתי)

כאפט אים און בינדט אים און זעצט אים אריין...

אוי זיבן העמדער ווי די בעכער
(שבע חולצות, ממש גביעים)
דריי מיט לאטעס, פיר מיט לעכער
(שלוש מטולאות, ארבע מחוררות)

אוי געוואלד, א גנב, ער האט דאך מיך באגנבעט...

כאפט אים און בינדט אים און זעצט אים אריין...

אוי זיבן הינער ווי די ציגל
(שבע תרנגולות, ממש כמו לבנים)
דריי אן פיסלעך, פיר אן פליגל
(שלוש בלי רגליים, ארבע בלי כנפיים)

אוי געוואלד, א גנב, ער האט דאך מיך באגנבעט...

כאפט אים און בינדט אים און זעצט אים אריין...

אוי זיבן מיידן ווי די סאסנעס
(שבע בחורות, ממש כמו אורנים)
דריי אן ציין און פיר אן יאסלעס
(שלוש בלי שיניים, ארבע בלי חניכיים)

אוי געוואלד, א גנב, ער האט דאך מיך באגנבעט...

שיתופים

ניווט